הילף פאר א גרויסע משפחה אויף יו"ט
Donation protected
יום ה' לסדר פתוח תפתח את ידך, ערב ראש חודש אלול תשע"ו לפ"ק
לכבוד ידידי היקר והנכבד נדיב לב .... הי"ו
איך בעט אנטשולדיגט פארן שטערן פון די ארבעט, אבער איך מוז מיטטיילן א פאון קאל וואס כהאב באקומען דעם פארלאפענעם ערב שבת עטליכע שעה פארן זמן., פון א חשובער און ערליכער איד, א סופר אין א יר"ש מרבים. א נוי יארקער תושב. (וואס אני הקטן האב זוכה געווען צו לאזן שרייבן א ספר תורה ביי אים) וואס איז אדורכגעגאנגען שווערע תקופות אין זיין פערזענליכן מצב הבריאות, און עס איז וואונדערליך צו זעהן ווי ער שטרענגט זיך דאך אן מיט אלע כוחות צו ברענגען עפעס פרנסה וויפיל עס איז אים נאר מעגליך, און יעצט איז ער שולדיג דריי טויזנט דאללאר אין גראסערי, און די אידענע פארלאנגט אז זי שעמט זיך צו גיין ווייטער אזוי איינקויפן, און ער האט נישט פון וואו צו נעמען, און עס דרוקט אים זייער אויפן הארצן.
קענענדיג דעם איד און די משפחה פונדערנאנט, און מיטהאלטנדיג ווי ווייט דער איד פרובירט צו טוען פאר פרנסה וויפיל און ווען ער איז ביכולת און דער פרעשור קען זייער שטארק שאטן פאר אים אנדערש ווי געווענליך, האב איך נישט געקענט אראפהאקן דעם טעלעפאן, מען שטייט דאך ערב שבת מברכין אלול, און כהאב באשלאסן אז איך וועל זעהן וואס איך קעהן טוען דערוועגן.
דורכאויס די לעצטע טעג האב איך זיך אריינגעלייגט מער אין די פרטי הדברים פון די משפחה, וועלכע איז ווי פאלגענד. א משפחה בליע"ה מיט פינף גרויסע בחורים אין שטוב, און נאך עטליכע קינדער אונטער די בר מצוה. די פרנסה קלעקט פאר די מינימיום שמבמינימום פאר רענט, לעקטער, געז, א.ד.ג, און דערפאר האט זיך אנגעזאמלט יעצט דריי טויזנט דאללאר אין גראסערי און אין פלייש געשעפט האלט מען שוין ביי קרוב צו טויזנט דאללאר, אויסער דעם שטייט מען שוין געציילטע וואכן בעפאר יום טוב, און מען דארף איינקויפן שיך פאר די אלע בחורים און קינדער וואס דארף צו קאסטן טויזנט דאלאר, און א דריי גוד ארדער פאר זעקס-זיבן הונדערט דאלאר, און א קלאדונג ארדער פון נאך פופצן הונדערט דאלאר לכל הפחות, און א ארדער פון קאפלעך און טלית קטן'ס, און אלע שאר ירקות צום יום טוב געצייג, בנוסף דארף מען האבן צו קענען דעקן די גראסערי אויף יוט וויפיל עס קען נישט געדעקט ווערן אויף נאך צוויי טויזנט דאללאר לכל הפחות, און נאך אכט הונדערט דאלאר בערך אין בוטשער סטאר.
דער סך הכל איז מיר קלאר אז צו העלפן אט די משפחה אדורכגיין דעם יו"ט און אריינשיינען הרחבת הדעת דארף מען האבן לפי חשבוני כאטש "צען טויזנט דאללאר" ויותר, והיות עס איז מיר אונטערגעקומען די מצוה ומצוה הבא לידך אל תחמיצנה, וויל איך טוען וואס מען קען דערוועגן.
האב איך געטראכט זיך צו ווענדן צו די אידן ידידים ביזנעס קאלעגעס מיט וועמען מיר טוען צומאל אינאיינעם געשעפטליכע עסקים און מען קוקט ארויס צו השי"ת אז עס זאל אריינקומען די ברכה משמים בכל אשר אנו פונים, אפשר זאלן מיר אמאל מאכן א מצוה בשותפות צו ספאנסערן די קומענדיגע חדשי אלול-תשרי אין אזא משפחה, וואס קען זיין ח"ו שווארץ און פינסטער אויב זיי ערהאלטן נישט די ריכטיגע הילף און עס קען בעזר ה' זיין ווייס און ליכטיג אז מען וועט זיי אויסשטרעקן א הילפס האנט.
דער פלאן איז בעז"ה האפענטליך צו אנשליסן פופציג שותפים לדבר מצוה, יעדער זאל ביישטייערן די סומע פון לכה"פ צוויי הונדערט דאלאר, און יעדער וועט האבן א זכות נשגב וואס מען דארף נישט צפיל ערקלערן דאס חשיבות. וכל המוסיף מוסיפין לו.
איך שטעל מיך פאר אז יעדער פאר זיך האט גענוג אנדערע צוועקן וואס מען בעט און וואס מען טוט אלס, אבער אזויווי אין ביזנעס זאגט מען נישט אפ נאך א דיעל ווייל מען האט שוין געשלאסן גענוג גוטע דיעלס, אזוי קען מען דאס אויך נישט אפזאגן,
השי"ת וויל אונז מזכה זיין לפיכך הרבה להם תורה ומצות, דער רבש"ע האט דאך נישט קיין פראבלעם אין איין מינוט אנצופילן אלע לעכער דורכן זאמד פון די בערג און מאכן אלעס אייניג, אין איין מינוט טיילט ער אויס דאס געלט פאר אלע צוגלייך, אזוי אז עס זאל מער נישט קיין ארימעלייט, אבער השית האט געוואלט אז אידן זאלן טוען צדקה וחסד האט ער אוועקגעשטעלט כי לא יחדל אביון מקרב הארץ כדי אונז אהערצושטעלן די מצוה פון פתוח תפתח את ידך ווי מיר זעהן די וואך אין די סדרה פ' ראה די גרויסע ענינים פון צדקה. דערפאר מוזן די ארימעלייט זיך פלאגן און ווארטן אויף אונזער הילף, אלעס ווייל השית וויל אז מיר זאלן האבן פאר וועמען צו טוען צדקה וחסד.
דעריבער בעט איך אייך זיך אנצושליסן אלס שותף לדבר מצוה מיט צוויי הונדערט דאלאר פאר דעם צוועק פאר א עני הגון מיט א שטוב פון קינדערלעך, ובכח הרבים וועלן מיר בעזר ה' יתברך דאס קענען אדורכפירן בסייעתא דשמיא, ובזכות זה זאל השית העלפן און פאר אונז אלע משפיע זיין שפע רב וברכה מרובה בבני חיי ומזוני רויחי מיט נחת פון די קינדערלעך וימלא כל משאלות לבינו לטובה און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה במהרה בימינו אמן
הכ"ד ידידכם מוקירכם
הק' שמעון יחזקאל שרגא וויינשטאק
נ.ב. דיבילד איז נאר פאר אן איליסטראציע

Organizer
simon weinstock
Organizer
Palm Tree, NY