Fund for our dear friend


בס’’ד
טייערע אידן
א חשובע יונגערמאן ביי אונז אין שטאט איז אין די פארגאנגענע וואכן בארויבט געווארן צוויי מאל.
די ערשט געשיכטע האט זיך אפגעשפילט צוויי טעג פאר ראש השנה ווען דער קליינע זעקס יעריגע יונגל האט אנגעמערקט אז זיין לאנטש זעקל איז נישט אויפ’ן געווענדליכע ארט.
ווי עס שטעלט זיך ארויס האט איינער אויפגעבראכן א פענסטער אינמיטן די נאכט און זיך אריינגעשמאגלט אין הויז און בארויבט אלע טייערע צירונגען און ווערדפולע חפצים אין ווערט פון צען טויזענט פונט.
ער האט שוין געהאפט אז תכלה שנה וקללותיה און פול מיט האפענונג אז דאס יאר איז עס תחל שנה וברכותיה מען וועט אריבערמישן א נייעם בלעטל.
פון הימל איז אנדערש געווען אנגעשריבן און א טאג נאך יום הקדוש איז זיין פרוי געגאנגען איינקויפן אין א געשעפט.
פלוצים שפירט זי קראצן ביים פלייצע.
זי האט נישט געכאפט וואס דא גייט פאר און פלוצים באמערקט זי א ערל אנטלויפן מיט איהר האנד זעקל אויפ’ן גאס.
אין דעם זעקל איז געליגן אפגעשפארטע טויזענט פונט קעש און וויכטיגע דאקומענטן.
דער ק-ל מלא רחמים האט אונז באפוילן אין די הייליגע תורה לא תעמוד על דם רעיך וואס באדייט אז אויב א איד זעט זיין חבר א צווייטן איד איז אין אן צרה טאר מען זיךנישט אוועקדרייען און זאגן עס איז נישט מיין געשעפט עס האט גארנישט מיט מיר זאל זיך יענער אליין זארגן!
ניין דו טארסט נישט בלייבן גלייכגילטיג! דו מוזט אים העלפן!
דער אוהח”ק זאגט אויפ’ן פסוק פון אם כסף תלוה אז אויב דער אויבערשטער האט באשאנקען א מענטש מיט א שפע פון געלט דארף ער פּרובירן און זוכן וויאזוי צו העלפן די ארימעלייט דורכ’ן זיי ארויסהעלפן בארגן אדער אונטערהאלטן.
ער זאל נישט טראכטן וויאזוי אפּצוהיטן און באהאלטן זיין געלט ווייל די פארמעגן פון אן ארימאן געפינט זיך אין רשות פונעם עושר את העני עמך.
אויב איינער האט א פארמעגן טאפּלט ווי עס פעלט אים אויס צו לעבן און א צווייטער האט ווייניגער ווי ער דארף צום לעבן און הונגערט דארף דער עושר דאס אויסגלייכן און העלפן דעם ארעמאן.
ביי דעם פאל איז ניטאמאל שייך צו זאגן זאל זיך יענער אליין העלפן זאל ער גיין ארבעטן, ווייל יענער ארבעט א גאנצע טאג ער האט זיך איינגעשפּארט געלט.
עס ווערט גע’פסק’נט אז עניי עירך קודם ערשט איז מען מחוייב צו העלפן מענטשן פון דער אייגענער שטאט.
יעצט ווען עס רעדט זיך דא פון אן אייגענעם איד קענען מיר נישט שטיין אין דער זייט מיט פארמאכטע אויגן און פארלייגטע הענט און צוקוקן דער עגמת נפש פון דעם משפחה.
דער חשובע עסקן ’ האט נישט בלויז ארויסגעלאזט א קרעכץ נאר ווי שטענדיג געטוהן צו צו דער זאך און אויפגעשטעלט א זייטל צו ראטעווען דעם איד.
https://www.gofundme.com/fund-for-our-dear-friend
ער פארציילט דארט די געשיכטע און בעט דעם עולם צו געבן נדבות פאר דעם צובראכענעם איד ער זאל זיך קענען שטעלען אויף די פוס.
מיר ווענדן מיר צו אייך טייערע אידישע ברידער האט רחמנות אויף א יונגערמאן א וואס מוטשעט זיך אויף עסן און קליידער אז ער זאל קענען אריינברענגען פרייד אין דעריום טוב פון ושמחת בחגך און בזכות זה זאל דער באשעפער העלפן אז מ’זאל קיינמאל נישט דארפן פארשטיין די שוועריקייט פון אזא




Our dear friend who we all know very well, moved to London recently after experiencing great financial difficulties to start a new life.

In just the space of one month, a thief broke into his house and took all her silver and valuables as well as on another occasion she being mugged as she was shopping for Yom Tuv. This resulted in   her handbag with cash, cards and her passport being stolen.

she is working hard to support his young family and put bread and butter on the table, however these two experiences is tearing her apart and is unable to make ends meet.

 To all our dear friends, please open your heart and donate generously so that she should be able to have a real Simcha’s Yom Tuv.   

 I have set a goal of 5k so that it can cover his debts he has including, paying rent, groceries and bills. Every little helps!!

 

Thank you in advance and Tiskub laMitzvoz
  • MY F 
    • £36 
    • 49 mos
  • M B 
    • £18 
    • 49 mos
  • Aron Liebenthal 
    • £18 
    • 49 mos
  • ari norman 
    • £50 
    • 49 mos
  • s m friedman 
    • £20 
    • 49 mos
See all

Organizer

y stern 
Organizer
London, Greater London, United Kingdom
  • #1 fundraising platform

    More people start fundraisers on GoFundMe than on any other platform. Learn more

  • GoFundMe Guarantee

    In the rare case something isn’t right, we will work with you to determine if misuse occurred. Learn more

  • Expert advice

    Contact us with your questions and we’ll answer, day or night. Learn more