
Good “Vibes” for Agunos
Donation protected
Join Us in Public Protest to Empower Agunot
Agunot are Jewish women trapped in abusive religious marriages because their husbands refuse to grant them a Jewish divorce - known as a Gett.
This form of coercive control forces every Agunah into unwanted celibacy, denying her the basic human right to healthy physical intimacy. Beyond the deprivation of conjugal rights, agunot are burdened with a profound psychological toll - the need to deprogram their own sexuality. Centuries of stigma surrounding female pleasure and the taboo of sexual satisfaction amplify the crisis, leaving many agunot ashamed or disconnected from their own bodies.
To protest this injustice and restore dignity to agunot, we aim to provide hundreds of sexual wellness tools as symbols of their right to Onah (the Torah-mandated obligation of conjugal care) and personal empowerment.
Funds raised will:
✅ Equip agunot with sexual wellness devices, empowering them to reclaim their autonomy.
✅ Support awareness campaigns, including billboard trucks, posters, and flyers to spotlight the issue.
✅ Assist with the costs of religious arbitration (Beis Din) to advocate for the freedom of these hostages.
Quick Facts
• A ketubah (Jewish marriage contract) obligates a man to fulfill the conjugal needs of his wife.
• By refusing to grant a religious divorce, these men are in breach of contract.
• Gett refusal violates both Halacha (Jewish law) and civil law, weaponizing a woman’s ability to practice her religion freely. This coercive control is a recognized form of domestic violence.
Help us turn the tide for agunot by funding tools and campaigns that reclaim their autonomy. Together, we can transform a weapon of oppression into a spark for revolution.
✅ Donate today to POWER ON a revolution for Orthodox Jewish women!
———————————
גוטע ״ווײַבס״ פאַר עגונות
שליסט אייך אָן אין אַ פובליק פראָטעסט צו געבן כוח עצמי פאַר עגונות
עגונות זענען אידישע פרויען פאַרכאַפט אין אַ נעץ פון אכזריות דורך אַ מאַן וואָס האַלט צוריק אַ גט.
אַזאַ סאָרט געפּייניגטע קאָנטראָל צווינגט אַריין יעדע עגונה אין אומגעבעטענע סעקס-אָפהאַלטונג, וואָס באַרויבט איר יסודות׳דיגע מענטשן רעכט צו אַ געזונטע פיזישע אינטימליכקייט. חוץ דאָס צוריקהאַלטן פון עונה-רעכטן, ליידן עגונות פון אַ שווערע פסיכאָלאָגישע עול: דאָס דאַרפן אויסרייסן פון זיך די אייגענע סעקס-גלוסטעניש. הונדערטער יאָרן פון סטיגמאַ און געצווינגענע שעמעוודיגקייט אויף סעקס-הנאה פאַר פרויען און אַ כמו-חרם אויף פרויען׳ס סעקס צופרידנקייט מאַכט אַלץ גרעסער דעם קריזיס. דאָס לאָזט איבער פילע עגונות מיט אַ טיף איינגעבאַקענע בושה וואָס מאַכט אָפּלייקענען די צרכים פון אייגענעם קערפער.
אויף צו פראָטעסטירן די אומרעכט, און אומקערן פאַר עגונות זייער כבוד עצמי און די חשיבות אין זייער אייגענע אויגן, צילן מיר צוצושטעלן הונדערטער סעקס-געזונטהייט מיטלען, אַלס סימבאָל פאַר זייער עונה רעכט — די חיוב וואָס די תורה פארלאנגט פון אַ מאַן צו געבן פאַר אַ פרוי אירע אישות׳דיגע באַדערפענישן — און איר געבן די כוח צו אַנערקענען אירע אייגענע סעקס-צרכים.
נדבות וועלן געניצט ווערן פאַר:
✅ צוצושטעלן פאַר עגונות סעקס-געזונטהייט כלים און מכשירים, זיי צו געבן די כוח עצמי אויף צוריקצונעמען די אויטאָנאָמיע און זעלבסט-באפולמעכטיגונג.
✅ שטיצן פירסום און מודעות קאַמפיינס, אַריינגערעכנט עלעקטרישע עדווערטייזמענט טראָקס, פּלאַקאַטן, און
פאַרטיילטע צעטלעך אויף צו שיינען אַ ליכט אויף די נושא.
✅ העלפן מיט הוצאות פאר בוררות און בתי דינים, צו קענען שתדל׳ען אויף צו באַפרייען פרויען אין געפענגעניש.
פאַקטן בקיצור:
● אַ כתובה — אַ תורה׳דיגע חתונה קאָנטראַקט — איז מחייב אַ מאַן צוצושטעלן פאַר זיין פרוי אירע אישות׳דיגע באַדערפענישן און מצוות עונה.
● מיט׳ן צוריקהאַלטן אַ גט זענען די מענער עובר אויפ׳ן תורה׳דיגן קאָנטראַקט!
● דורך צוריקהאַלטן אַ גט איז מען עובר סיי אויף הלכה און סיי אויף די ציווילע געזעצן, דורך נעמען אַ פרוי׳ס רעליגיעזע פרייהייט און זיך דערמיט באַוואָפענען קעגן איר מיט אכזריות.
● אַזאַ סאָרט געצווינגענע קאָנטראָל איז אַ ברייט-אַנערקענטע סאָרט אכזריות קעגן די אייגענע פרוי (׳דאָמעסטיק ווייאָלענס׳).
זייט אייך משתתף אויף מתקן צו זיין די שווערע מצב פון עגונות דורך מנדב זיין פאַר מיטלען און קאַמפיינס צו שטיצן אויטאָנאָמיע און זעלבסט-געוועלטיגונג פאר עגונות.
מיט׳ן כוח פון רבים קענען מיר נעמען אַ וואָפן פון אונטערדריקונג און אָנצינדן אַ פונק פון רעוואָלוציע.
✅ זייט אייך משתתף נאָך היינט אין ׳אָנצינדן׳ אַ רעוואָלוציע פאַר אידישע פרויען!
Organizer
Adina Sash
Organizer
Brooklyn, NY