Main fundraiser photo

לאמיר שטיצן אונזער העלפער

Donation protected

צו מיינע טייערע ידידים און גוטע פריינט
צו אלעם ערשט לאמיר אייך אנוואונטשן א גמר חתימה טובה, און  מען זאל זיך קענען אויסבעטן אלעס גוטס
 איר קענט מיך און איר ווייסט אז איך בין נישט קיין גרויסער עסקן, אבער אמאל קומט א קעיס, ווי מען קען זיך נישט מעלים עין זיין, און איך האב געשפירט אז איך מוז עפעס טוהן
 עס דרייט זיך בתוכינו א היימישער יוד, וואס מען קען זאגן פון די שטערקסטע און איבערגעגעבענסטע עסקן וואס אונזער ציבור פארמאגט, א יוד וואס ווען עס איז דא א קעיס ביים ציבור, וואס אנדערע עסקנים הייבן שוין הענט, וועט ער אלעמאל זיין דער וואס וועט נישט צו לאזן אזא זאך אז מען זאל עס אויפגעבן, און וועט זיך נאך מער אריינלייגן דערין ביז ער וועט מצליח זיין בעז"ה, דא קען זיך אנגעהויבן פון דאקטורים, מסדר זיין א קינד פון א שטוב ווי ער קען נישט בלייבן, שאפן פאר יודן געלט אין א נויט פאל, שלום בית, עניני ציבור, און וואס נישט
 דער יוד איז שוין איבערגעגעבן פארן ציבור קרוב צו 30 יאר, און עס קען גאר זיין אז איר האט נאך נישט געזעהן זיין נאמען פיגורירן אויף צעטליך, הנהלהס, באורד וכדו' ווייל כבוד איז ביי אים בכלל נישט תופס מקום נאר בלויז טוהן צו די זאך
 דער יוד האט א געשעפט פון ווי ער וואלט ווען געקענט שיין שיין חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד, אבער אויב יעדע עסקנות גייט אים מער צום הארץ ווי דאס אייגענע געשעפט, איז א נס אז די געשעפט ברענגט אויף טאג טעיגליך
 יעצט שטייט דער יוד פאר חתונה מאכן א קינד, און סאיז נישטא פון ווי, פשוט נישטא פשוטו כמשמעו
 איז טייערע ידידים מיינע, איך האב מיך אונטערגענומען צו שאפן 18000 דאלער במשך די קומענדיגע טעג, דעריבער אפעליר איך צו אייך, זייט אזוי גוט און נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה, און גלייבט מיר, אז מיט דעם וואס מען העלפט דעם גרויסער עסקן מיטן חתונה מאכן, פארזיכערט איר אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיינע פעולות הקודש למען הציבור, און איר האט א חלק אין אלע זיינע פעולות הקודש
 מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז אזא עסקן בתוכינו זאל גיין געבראכן!!!!!
 איך פארלאנג נישט פון אייך קיין סכום, אבער ביטע פטר'ט מיך נישט אפ מיט קליין געלט
 ובזכות זה זאלן מיר אלע געבענטשט ווערן מיט כל מילי דמיטיב צום נייעם יאר, און א וואונטש פארן עסקן, חזקו ואמצו, כלל ישראל וועט דיך נישט לאזן פאלן, מיר שעצן דיין איבערגעגעבענקייט פאר אונז אלע ביודעים ובלא יודעים
ידידיכם חנוך זונדל גליק
Donate

Donations 

  • A G
    • $250 (Offline)
    • 6 yrs
  • A B T
    • $40 (Offline)
    • 6 yrs
  • J J J
    • $500 (Offline)
    • 6 yrs
  • Y E Z
    • $20 (Offline)
    • 6 yrs
  • Y Y S
    • $5 (Offline)
    • 6 yrs
Donate

Fundraising team (3)

Chanoch Gluck
Organizer
Raised $327 from 11 donations
Spring Valley, NY
Mozes Dresdner
Team member
Raised $369 from 13 donations
Joseph Jacobowitz
Team member
Raised $190 from 6 donations
This team raised $1,150 from 13 other donations.

Your easy, powerful, and trusted home for help

  • Easy

    Donate quickly and easily.

  • Powerful

    Send help right to the people and causes you care about.

  • Trusted

    Your donation is protected by the  GoFundMe Giving Guarantee.