Main fundraiser photo

וואס האב איך פון מיין לעבן?

Donation protected
טייערע חבירים
איך שרייב די ווערטער יעצט פרייטאג פארטאגס 4:00 מיט בלוט און טרערן. איך וויל נישט ח״ו מקטרג זיין נאר איך וויל זיך ענדערש אויסשמועסן און זיך אויסגיסן מיין הארץ און לאזן מיינע טרערן רינען אן קיין בושה.

איך גיי נישט מאכן די מעשה לאנג נאר צוקומען צום פוינט.

מיר איז באשערט די לעצטע שטיק צייט דורכצוגיין א שווערע חלק און לעבן ווען נאכן טוען עטליכע טעותים בין איך אריינגעפאלן און שווערע חובות אן קענען ברענגן ברויט צום טיש פשוטו כמשמעו. צוזאם געבארגט געלט פון חבירים און משפחה און למעשה קען איך עס אפילו נישט באצאלן. שולדיג רענט גראסערי שכר לימוד אא״וו. אפהאקן לעקטער איז ביי מיר א חודישליכע ערשיינונג סטראשענען אהיימצושיקן מיינע קינדער פון חדר און סקול איז שוין נישט קיין סטראשע. אבער צו וואס איך וויל צוקומען איז די חלק פון סופארט און הילף פון ארימיגע און משפחה.

איך האב פארלוירן אלע מיינע חבירים ממש.
מיין משפחה האלט מיר פאר א גנב
מיין ווייב וויפיל זי וויל קען זי מיר נישט פארשטיין
מיין אייגענע נפש וויל פון מיר אנטלויפן.

איך בין ארומגעגאנגען צו מענטשן פאר הילף האט יעדער געטראפן אנדערע תירוצים פארוואס ער קען נישט אדער מוז מיר נישט העלפן. איך האב מיר געוואנדען צו ארגענעזאציעס וואס זאגן אז זיי טוהן און דעם אבער געווארן אפגעווארפן מיט פארשידינע תירוצים.

מענשטן ווילן דיר נאר קענען ווען עס גייט דיר גוט אויב אבער עפעס טויג נישט דעמאלטס גיי לעזעאל.

יעצט איז ערב ראש השנה און איך קען נישט שלאפן סאיז מיר פשוט נמאס דאס לעבן.

וואס האב איך פון א לעבן אן א דאווענען ווייל איך קען נישט גיין און שול טרעפן מיינע בעלי חובות וואס דרוקן??

וואס האב איך פון א לעבן אן א לערנען א אידיש ווארט ווייל איך קען מיר ניטאמאל מצמצם זיין די מוח פאר עפעס??

וואס האב איך פון א לעבן וואס איך קען נישט זיין אינדערהיים ווייל יעדע מינוט דארט איז א גיהנום ווען די מוסד קאלט יעדן טאג. ווען די לענלארד סטראשעט אז אוי ביז א וואך איז נישט דא חאטש האלב פון די חוב וואס דעיס איז פיר חדשים רענט גייט ער נעמן שריט און איך האב אפילו נישט פון ווי צו בארגן ??

וואס האב איך פון א לעבן וואס איך קען נישט שפייזן מיינע קינדער ??

וואס האב איך פון א לעבן אן קיין חבירים ווייל האלב קום איך געלט און די אנדערע האלב זענען די עריבים ??

וועט נישט זיין בעסער פאר מיינע קינדער אן מיר ?
וועט נישט זיין בעסער פאר מיר אליינס ?

א רחמנות זענען מיינע קינדער יעצט!! דעמאלטס וועלן שוין זיין גוטע אידן וואס וועלן העלפן מאכן א קרן און זעהן זיי זאלן האבן וואס צו עסן

איך דארף אבער געדענקן אז הרבני הנגיד ...... בשעתן אריינזעצן און זיין צוויי הינדרעט טויזענט דאלערדיגע קאר האט מיר מחזק געווען אז אלע סוקסעספול מענטשן זענען דאס דורכגעגאנגען

אדער ווען די אנדערע הרבני הנגיד ..... ווען איך בין געזיצען און זיין הינדרעט טויזענט דאלערדיגע ספרים שטוב בעטענדיג פאר הילף ענטפערט גיי טרעף א דזשאב וועלן אלע פראבלעמן אוועקפאלן

טייערע חבירים אויב האט איר א ברידער אדער חבר וואס גייט דורך שווערע צייטן לויפט נישט אוועק פון אים. שטיי אים ביי די האנט זעה מיט וואס די קענסט אים העלפן. באשולדיג אים נישט אלץ א גנב אפילו ער קומט דיר געלט. גלייב מיר ער שלאפט נישט וועגן דעם חוב. אויב האסטע אפאר עקסטער דאלער אדער מעשר גיב עס ענדערש פאר אים.

און צו דיר טייערע נגיד וואס דער אייבערשטער האט דיר באשאנקן מיט געלט. ווען איינער קומט בעטן הילף דארף ער לכאורה נישט קיין עצות און מעשות וואס די ביזט אלץ אריבער.

מקען אסאך מאל מיט קלייניקייטן אויפרעכטן אנדערע און מיט קלייניקייטן יענעם לאזן חרוב גיין לעולמי עד.

טראכט גוט אריין און מיינע ווערטער און איך האף אז דעיס וועט דינען אלץ א כפרה פאר מיין צובראכענע נשמה...
 
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=40583
Donate

Donations 

  • Anonymous
    • $18 
    • 4 yrs
Donate

Organizer

Help Ayid
Organizer
Brooklyn, NY
  • Other

Your easy, powerful, and trusted home for help

  • Easy

    Donate quickly and easily.

  • Powerful

    Send help right to the people and causes you care about.

  • Trusted

    Your donation is protected by the  GoFundMe Giving Guarantee.