Main fundraiser photo

Family Chemea Yesomim Fund

Donation protected
...הארציגע ברודער! נאכאמאל
אין די זמן פון חג הפסח ווען יודישע קינדער גרייטן זיך צו צום הייליגן יוט בגוף ובממון, און אין יעדן אידישע שטוב פעלט זיך אויס אסאך געלט פאר הוצאות יו"ט, ווענדן מיר זיך יעצט צו אייך טייערע ברודער ארויסצוהעלפן די חשובע משפחה די אלמנה און יתומים פון הרב אלי שבתי ע"ה זיך גרייטן צום הייליגן יו"ט מיט פרייליכע הערצער .

אויסער דעם וואס די לעצטע צוויי יאר האבן געטרייע עסקנים פרובירט אויפצושטעלן א קרן פאר די אלמנה און יתומים כדאי זיי זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס נאכן פארלירן זייער חשוב'ן טאטען וואס האט זיי איבערגעלאזט אזוי יונג, און סאיז אויך איבערגעבליבן פיל חובות אבער דערווייל איז נאך נישט ערמעגליכט געווארן אנגעקומען צו די סכום וואס זאל קענען אוועקשטעלן א ריכטיגע קרן.

ווענדן מיר זיך צו אייך יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט פסח מיט אפאר דאללער קענט איר מקיים זיין די גרויסע מצוה פון צדקה פון סיי ארויסהעלפן מיט קמחא דפסחא וואס אפילו מיט אלע חשובע ארגאניזאציעס וואס שטעלן צו פאר פסח גרעסערע הילף איז אבער אין די פאל נאך אלץ דא א גאר גרויסער לאך צו ערפילן ... און ווי אויך זענט איר מחי'ה א אלמנה מיט יתומים וואס וועלן אייך זיכער דאנקבאר זיין און וועלן צוגיין צום פסח מיט א פרייליכע געמיט.

אין די זכות פון די גרויסע מצוה זאלט איר זוכה זיין צו קענען פראווען מיט אייער גאנצע משפחה א חג כשר ושמח געזונטערהייט מיט כל טוב שטענדיג, אמן.

וואונטשט די עסקנים למען הקרן יתומים למשפחת ר' אלי' שבתי שמעא


י"ב תשרי תשע"ח לפ"ק יארצייט
טייערע הארציגע ברודער'ס רחמנים בני רחמנים:

אין די יעצטיגע טעג ווען מיר שטייען פארן יום הדין אין מיר האפן אז השי"ת זאל אונז אנשרייבן א גוט געבענטש יאר מיט אלעם גוטן, קומט אונז אלע ארויף אין זכרון די געשיכטע וואס משפחת שמעא אשת ובני ר' אליהו שבתי ע"ה האבן מיט געמאכט מיט 2 יאר צוריק, ווען אויך זיי האבן געהאפט און געווארט אנגעשריבן און אנגעזיגלט צו ווערן צו א גוט לעכטיג יאר און אויסלעבן דאס יאר צוזאמען מיט זייער חשובע טאטע ע"ה.
ליידער ווי יעדער ווייסט איז מן השמים אנדערש געווען אנגעשריבן און ר' אליהו שבתי איז נסתלק געווארן צוויי טאג נאך יום כיפור און זיי זענען ליידער געבליבן יתומים מיט א צבראכענע אלמה וואס עס איז זיי אזוי שווער זיך צו מחזק זיין און טרייסטן!
מיר האבן זיך צוזאמגענומען אפאר עסקנים צו זעען מיט וואס מען קען העלפן צוריקשטעלן די שטוב און העלפן די צעבראכענע אלמנה זיך מחזק זיין און ווייטער אנגיין מיט איר לעבן אויפצוציען אירע קינדערלעך און זיי פירן אונטער די חופה געזינטערהייט! אבער עס איז נאך נישט געלונגן צוזאמנעמען גענוג געלט אויפצושטעלן א פעסטן קרן פאר זיי.

אזוי ווי אין די יעצטיגע טעג קומט אויס די יארצייט פון אונזער אומפארגעסליכער חבר קומען מיר צו אייך מיט א בקשה ארויסצוהעלפן די משפחה מיטן זיך משתתף זיין מיט א הארציגע נתינה לכבוד יום טוב הבא עלינו לטובה און אין די זעלבע צייט זאל דאס זיין לע"נ אליהו שבתי בן מרדכי ע"ה,

און די זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין ביים יום הדין און איר ווען אנגעשריבן און אנגע'זיגל'ט ווערן צו א גוט געבענטש יאר צוזאמען מיט אייער בני בית און גאנצע משפחה געזונטערהייט און קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער! און ר' אליהו שבתי וועט אוודאי זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע געהאלפן צו ווערן מיט כל טוב,
מיט א שפע פון געזונט פרנסה נחת, א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר

ותשובה ותפלה "וצדקה" מעבירין את רוע הגזירה


-----------------------------------------------------

Help spread the word!

שרייבט צו ביי די קאמענט'ס "מתנות לאביונים" און מיר וועלן איבערגעבן די געלט פאר די אלמנה בעצם יום הפורים

וז"ל הרמב"ם הלכות מגילה הלכה יז

"מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו. שאין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים. שהמשמח לב האמללים האלו דומה לשכינה שנאמר להחיות רוח שפלים ולהחיות לב נדכאים."

א פרייליכן פורים



החתונה של הכלה היתומה בת המנוח מו"ה ר' אלי' שבתי שמעא ע"ה

היום יום א' וישלח תשע"ז
בשעה טובה ומצלחת


נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה אין העלפט ארויס די ציבראכענע אלמנה פירן איר טאכטער די כלה – יתומה אונטער די חופה וואס וועט פארקומען אין א וואך ארום ארום זונטאג פרשת וישלח הבעל"ט בשעה טובה ומצלחת.

אזוי ווי עס דערנענטערט זיך די טעג וואס די אלמנה מרת שמעא אשת ר' אלי' שבת בן מרדכי ע"ה וועט אי"ה פירן איר טאכטער אונטער די חופה איו ווי יעדער ווייסט קאסט א חתונה בפרט מצד הכלה שווערעע טויזנטער דאלארן עס איז בכלל זייער ווייטאגליך ווער עס באגרייפט וואס דאס מיינט לעבן אין א שטוב אן א טאטע ספעציעל ווען מ'גרייט זיך צו א שמחה און משפירט זיך אזוי הילפלאז בפרט ווען עס קומט אויסצורושן די כלה אין עס איז נישט דא קיין געלט.
ווענדן מיר זיך יעצט מצו אייך טייערע ברודעס נעמסט א חלק העלפט אונז ארויס מיט זיך משתתף זיין בלב ובממון שטיצן די אלמנה אין יתומים כדי זיי זאלן קענען גיין צו די חופה מיט א פרייליך הארץ און רואיגן געמיט אז ב"ה די דאגה פון געלט האבן מיר זיי אראפגענומען
בזכות פון די גרויסע מצוה זאל אייך השי"ת די אבי היתומים ודיין אלמנות בענטשן מיט כל טוב און מיר אלע זאלן קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער.

תזכה למצות בשם העסקנים


Dear Brother,

Unfortunately, What we could not contemplate a few days ago, has tragically occurred, where the young father has passed, leaving his broken widow and five young children to fend for themselves.

Dear fellow Yidden! Please listen to their pitiful cries. Their husband/father suddenly collapsed and has passed away, the time of the year. When all of us are preparing for the joyous Yom Tov Succos, they are sitting Shiva for their dear father. Right after Yom Tov iy”h, their daughter/sister will be getting married. The pain this family is going through is indescribable! Who will be there for the Yom Tov! Who will take charge of the many details of the upcoming wedding!

In addition, they are in anextremely tight financial situation. Where they do not have enough to cover for their regular basic necessities, for the upcoming wedding they have NOTHING! They owe fortunes of money to exist until now. They can no longer go on like this. They are desperate.

Let us have pity on them and warmly support them. Thereby showing our Father in heaven, how his wonderful children care for each other and help each other out.

In the merit of this big mitzvah of helping a broken widow and orphans, enabling the marriage of their daughter/sister, Hashem Yisborach should bless us with Kol Tuv! A Gut Winter! We should only hear glad tidings!

I will use the money to pay for the tremendous Costs for the wedding and the cost for the "Hotzaot Yom Tov"..  And as well for the KEREN YESOMIM FUND the funds will go directly to My Father in Law "Moises Masri" from Monroe who took the responsibility of this case
sincerely
Zion Saal
Monroe NY 10950





"הארציגע ברודער"
ליידער, האט פאסירט די ביטערע טראגעדיע וואס מיר אלע האבן זיך נישט געוואלט פארשטעלן אפאר טעג צוריק עס איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז א טאטע איבערלאזענדיג א צעבראכענע אלמנה און 5 יונגע יתומים!

אידן! האט'ס רחמנות און הערט צו די וויי געשריי פון זיי ווען זייער טייערע פאטער איז אזוי פלוצלינג אוועקגעפאלן און זיי איבערעלאזט אין אזא צייט פון יאר, ווען אידן גרייטן זיך צום פרייליכן יום טוב סוכות און דארפן זיך זעצן שבעה נאך זייער באליבטע טאטע, און א וואך דערנאך זיך גארטלן מיט לעצטע כוחות גיין צו די חתונה פון א טאכטער א כלה!
עס איז נישט צום אויסהאלטן די צער פון די משפחה! וואס יעדער ווייסט גוט אז וויפיל מען קען זיך נאר פארשטעלן קענען מיר דאס נישט גענוג משיג זיין.
פון די צווייטע זייט ווייסן מיר אויך אז אויסהאלטן אזא שטוב פאדערט זיך גרויסע געלטער בפרט ווען מען שטייט פאר א שמחה פון א חתונה און איז נישטא קיין געלט פון ווי צו דעקן גארנישט!!! אויסער די אלע אויסנאם גרויסע חובות וואס די משפחה האט שוין נעבעך געהאט פון פארדעם..!!
לאמיר זיך אלע אנווארעמען און ארויסווייזן שטיצע און ווייזן פארן הייליגן באשעפער וואספארא קינדער ער האט און ווי יעדעס אידיש הארץ האט אינזין א צווייטן איד, און ארויסהעלפן מיט שטיצע ...

און בזכות די גרויסע מצוה פון העלפן א אלמנה און יתומים און בפרט הכנסת כלה, זאל השי"ת אונז אלע אנבענטשן מיט אלעם גוטן און א גוט קוויטל, מען זאל נישט הערן מער פון די אלע ביטערע צרות, עס זאל שוין זיין א יאר פון סוף וקיץ לכל צרותינו תחלה וראש לפדיון נפשינו, און מיר זאלן שוין אלע אויסגעלייזט ווערן פון גלות בביאת משיח צדקינו בב"א.


                                              הרה"ח ר' אלי' שבתי בן מרדכי ע"ה

















Donate

Donations 

  • Anonymous
    • $10 
    • 6 yrs
Donate

Organizer

Zion Saal
Organizer
Palm Tree, NY

Your easy, powerful, and trusted home for help

  • Easy

    Donate quickly and easily.

  • Powerful

    Send help right to the people and causes you care about.

  • Trusted

    Your donation is protected by the  GoFundMe Giving Guarantee.