Main fundraiser photo

Stand up for the Rebbe zt"l Shitah

Donation protected
ב"ה 
 
 
העלפט ארויס די שיטה הקדושה 
 
שטייענדיג איידער דעם יום המר ה' אייר ווען די מלכות המינות פייערט די מרידה במלכות שמים פון דער הקמת המדינה, זעצן זיי ליידער ווייטער פאר מיט התגרות באומות אויפ'ן העכסטן טעמפא, צו מסכן כלל ישראל בארצות גלותם דורך אלערליי מיטלען.
 
אין די לעצטע טעג טומלט זיך מיט פרישע פריוון פון ציוני'סטישע אגיטירער צו אויסנוצן די זעקס מיליאן קדושים הי"ד ביים חרבן אייראפע פאר זייערע ענגע צילן, און טוען אנזייען א געפארפולע שנאת ישראל דורך פאכענען מיט דעם "האלאקאוסט" קארטל.
 
דער ברויזנדער ים פון התגרות באומות שטורעמט, און די טעמע פון ציוניזם און אנטי-סעמיטיזם ווערט שטארק באהאנדעלט אין די וועלט פרעסע, בפרט יעצט ווען זיי פייערן דעם "יום השואה והגבורה" און דער "יום העצמאות" ביום המר והנמהר ה' אייר, מיט די געוואלדיגע כפירה פון כוחי ועוצם ידי. דער סלאגאן וואס ווערט איבערגעזינגען און טרומפייטערט אין די וועלט מידיא איז אז "אנטי-ציוניזם איז די נייע אנטי-סעמיטיזם", און ווער עס איז אין דעם מטיל ספק דערינען, וועט אזוי לאנג פארשריגען ווערן פאר א אנטיסעמיט ביז ער וועט טאקע ווערן. 
 
צו מקדם זיין את פני הרעה  - זה לעומת זה – האט "נטרונא", צום ערשטן מאל אין די געשיכטע באוויזן ארויסגעדינגען דעם פראמינענטן ראדיא טאלק - שאו פון די ריזיגע WABC מידיא קוואל, וואס ווערט געהערט יעדן זונטאג דורך הונדערטער טויזנטער מענטשן איבער'ן גאנצן ראיאן. אויף דעם שאו וועט אויפטרעטן הרב ר' יעקב שפירא שליט"א וואס וועט אדרעסירן די טעמע פון ציוניזם און אנטי-סעמיטיזם און אז יהדות החרדית טרייסעלט זיך פון ציונית מיט אירע מעשים.
 
די אקטועלע נושא, וואס איז יעצט עומד על הפרק און ציעט אינטערעסע אין מערערע נייעס קוועלער, וועט ערקלערט ווערן בטוב טעם ודעת, בהשכל ובשפה ברורה. און בעז"ה מאכן א מהפיכה אין דעם דעת הקהל וויאזוי צו באטראכטן די ציוני'סטישע זעלבסט געקרוינטע פארטרעטער אויף כלל ישראל.
 
די דעטאלן פונעם שאו
 
די ראדיא טאלק- שאו וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן זונטאג, מאי 15 למספרם, און וועט בשעת מעשה אויך געוויזן ווערן אויף אויף די  WABC וועבזייטל. באזונדער האט מען אפגעקויפט מערערע "פראומאס" וועלכע וועלן פירן צו דעם שאו אזוי ארום צו פארזיכערן די מאקסימאלסטע פרסום אדיר פאר אומצאליגע הונדערטער טויזנטער מענטשן לקדש שמו יתברך.
 
דער פראיעקט קאסט אפ שווערע צענדליגער טויזנטער דאלערן, איבערהויפט דאס אפדינגען אזא פאפולערע טשענעל אין דעם סאמע "סעזאן" און דאס צוגרייטן פראפעסיאנאלע חומר איבערצוגעבן פאר די טויזנטער צוהערער דורך א געניטע שטאב פון מומחים אין דעם געביט.
 
אויפטריט פון לעגענדארטער היסטאריקער לעני ברענער
 
ברוב סייעתא דשמיא איז אויך באשטעטיגט געווארן אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אז אויף דעם נטרונא ראדיא טאלק - שאו וועט אויפטרעטן אלס גאסט דער בארימטער היסטאריקער לעני ברענער, א היסטארישע אויפטריט וואס וועט אן קיין צווייפל ציען די אינטערעסע פון א ריזיגע אוידיענץ.
 
ברענער איז וועלט בארימט אלס אידישער היסטאריקער און דער פארפאסער פון עטליכע ביכער מיט א גרינטליכע דאקומענטארישע פארש ארבעט וויאזוי די ציונים האבן מיטגעארבעט מיט אנטיסעמיטן אין אייראפע, און שפעטער קאלאבערירט מיט די נאצי רעזשים. ער איז שוין היינט צוטאגס אן אכציג יעריגער מענטש וואס איז לעגענדאר באקאנט זייענדיג פון די גרעסטע היסטאריקער אין דעם געביט מיט קראנטע ביכער און היסטאריע ווערק.
 
דער נאמען פון ברענער שפילט יעצט א גרויסע ראלע אין די וועלט פרעסע, צוליב דעם וואס די באמערקונגען פון דעם פאליטיקאנט לעווינגסטאן פון לאנדאן איז געווען באזירט אויף זיינע ביכער. און נאטורליך זענען מענטשן פון אומעטום פאראינטערסירט צו הערן די רעאקציע פון לענער צו די אקטועלע טעמע.  
 
אצינד וועט ברענער האט באוויליגט זיך צו באטייליגן אינאיינעם מיט נטרונא אויפצוטרעטן פאר די מאסן, וועט דאס זיין דער געוואונטשענער מכה בפטיש צו קלארשטעלן די ריכטיגע פארקטן פאר די גוי הארצות. איבער אלעם וועט דאס אמבעסטן דינען דעם ציל, צו אפרייסן די אפטרופסות פון ציונות איבער אידען. א בליק אויף דעם עבר וויאזוי זיי האבן פארראטן אידן אין זייערע שווערסטע צייטן, וועט זיין די בעסטע הוכחה אז זיי האבן נישט דאס רעכט צו נעמען  בעלות אויף אידן, לאו בעל דברים דידי את! 
 
העלפט אויספירן דעם רבי'נס שטרעבונג און רצון
 
דבר הזה רבינו הגדול אמרו. עס פארציילט הרה"ג רבי מאיר שפיץ שליט"א אבד"ק ביסטריץ אז רביה"ק זי"ע האט ביי א געלעגנהייט גערעדט מיט אים איבער דעם ענין פון קויפן טשענעלס אויף די ראדיא לפרסם שיטתו הק', דער רבי האט אויסגעדריקט זיין קורת רוח און התפעלות פון אזא רעיון און שטארק געשטרעבט עס זאל קענען עררייכט ווערן אויף למעשה, דעמאלט איז עס אבער לבסוף נישט צושטאנד געקומען צוליב זייטיגע סיבות. 
 
דאס זעלבע שרייבט דער רבי אויף צעטלעך געדרוקט אין ספר אגרות מהרי"ט בלש"ק: בענין המצב אני חושב .. הראדיא גם ענגליש כל מה שרוצים לדבר אצל הפיקוטין והימענסטראציע ועוד יותר ויותר רק שיהי' בהשכל ודעת ויהי' בשעה הראוי' שכל העם שומעים יוכל להיות שזה יהי' טוב מהכל לנסות איזה זמן בדרך זה.
 
דער רבי האט פארלאנגט אז מען זאל פארעפענטליכן דעם קול היהדות החרדית אויף די ראדיא, אפגעשריבן און מסודר אויף א שכל'דיגער אופן, און דאס לאזן לופטערן אין א גוטע געלעגנהייט ווען עס איז פארהאן אסאך צוהערער.
 
אצינד ווען מען שטייט פאר אזא געלעגנהייט קענען מיר ממלא זיין רצון קדשו ומשאת נפשו הטהורה צו אפשלאגן די פאלטשע ציוני'סטישע אפטרופסוס אויף כלל ישראל און אויפצייגן קליפ און קלאר אז זיי זארגן זיך נישט פאר אידן איבער די וועלט און פארטרעטן זיי דעריבער נישט אויף קיין פאל.
 
למען מקנא קנאה גדולה באש. לאמיר עפעס טון פאר דעם גרויסן ענין פון רביה"ק זי"ע, און אויספאלגן זיין הייליגן רצון וואס ער האט כל ימיו תובע געווען און פארלאנגט פון אונז. ואם לא עכשיו אימתי, יעצט, אין די טעג ארום ה' אייר, ווען אזויפיל דיבורי כפירה ווערט פארשפרייט אין די גאנצע וועלט בשם כל ישראל, ווען די ציונים ארבעטן אויף אלע פראנטן זיך צו דערקלערן אלס די אויסשליסליכע בעלי בתים אויף כלל ישראל און ווילן דערשטיקן יעדע קול מחאה פון אידן קעגן זייער מדינה, דורך קובע זיין אז יעדער וואס זאגט א ווארט קעגן זיי איז אן אנטיסעמיט, איז דער פליכט געפאלן אויף אונז צו משמיע זיין פאר די וועלט דיבורי אמונה, און פארזיכערן אז די הייליגע מלחמה פון רביה"ק זי"ע האט א קיום.
 
משאת נפשו פון רביה"ק זי"ע קוקט ארויס אויף אייער הארציגע נדבה
 
אדאנק די ערשטע גרעסערע נדבות פון עטליכע אידן נדיבים בעם הע"י איז ב"ה ערמעגליכט געווארן אריינצושפרינגען אין דעם גרויסן פראיעקט, אבער אצינד מוטשעט מען זיך זייער צו ערגענצן דעם מורא'דיגן קייט פון קידוש ה' וואס ווערט דא ערווארטעט. עס פעלט זיך נאך דרינגענד אויס די סומע פון 15 טויזנט דאלער צו הייליגן דעם אויבערשטנס נאמען און אראפנעמען דעם חרון אף פון אידישע קינדער במדה גדושה.
 
דאס געלט איז אבער נאכנישט דא. בעת וואס די סטרא אחרא גיסט מיט אוצרות געלט פאר זייער התגרות באומות און רדיפת יהדות הגולה. לאמיר נישט לאזן פארשטימט ווערן דער איינציגער קול מחאה וואס ווערט נאך ב"ה געהערט, לאמיר נישט ערלויבן פאר'ן ס"ם א גענצליכן זיג אין דעם חושך כפול ומכפול.
 
אידן בעלי דעת וברי לבב יעצט האט איר די געלעגנהייט צו קויפן און עררייכן די געוואלדיגע זכותים עצומים פון פרסום קידוש שמו יתברך און הצלת ישראל כפשוטו. לייגט עס נישט אפ ווייל הנוגשים אצים כלו מעשיכם, מען דארף באצאלן פאר די פעולות נשגבות אסטראנאמישע סכומים עובר לסוחר וואס קען נישט אפגעלייגט ווערן. מהר אהוב, טייערע אידן נעמט עס נישט פאר לייכט, די פעולות קידוש ה' ווארטן אויף אייער הילף און שטיצע, ומני' ומנאי יתקלס עילאי בעז"ה.
Donate

Donations 

  • Pini Glick
    • $50 
    • 8 yrs
Donate

Organizer

True Torah Jews נטרונא
Organizer
Brooklyn, NY

Your easy, powerful, and trusted home for help

  • Easy

    Donate quickly and easily.

  • Powerful

    Send help right to the people and causes you care about.

  • Trusted

    Your donation is protected by the  GoFundMe Giving Guarantee.